ארגון רב חסד שע"י קה"ק מחזיקי הדת למען
עניי עירנו, איז געגרינדעט געווארן אין שנת
תשס"ג מיט א ציהל צו שטיצן בדרך כבוד די
פילע נויטבאדערפטיגע משפחות מאנ"ש,
וואס זענען אנגעוויזן אויף הילף בלויז צו
קענען ברענגען ברויט אויפן טיש.
רב חסד פארטיילט פאר די משפחות
הנצרכים גרויסע סכומים, וואס פארלייכערט
זייער פינאנציעלע לאסט און ערמעגליכט זיי
אנצוגיין מיטן לעבן מתוך הרחבת הדעת. די
נויטיגע הילף קומט אן אויף א זעלטענע
באשיידענע אופן, פארזיכערנדיג די פולשטענ־
דיגע כבוד און צניעות פון די מקבלים און
זייערע פאמיליעס.
ספעציעלע חלוקות ווערן אפגעראכטן דורכ'ן
יאר אין די טעג בעפאר די ימים טובים, וואס די
הוצאות זענען דעמאלס פילפאכיג מער ווי
געווענליך, און מיט די גרויסע שטיצע פון רב
חסד קענען די משפחות נהנה זיין פון א
פולשטענדיגע שמחת יום טוב אן קיין שטער.
Rav Chesed was founded in 2003 by noted askanim in our community, with the goal of helping poor families put bread on their tables.
Rav Chesed is a tzedaka organization which aims to provide much - needed support to the poor, while ensuring utmost confidentiality on behalf our recipients.
By supporting Rav Chesed you take part in the manifold chesed activities to members of our kehilla throughout the year.
Our funds are distributed before the holidays of Rosh Hashanah, Chanukah, Purim, Pesach and Shavuos.
Special funds are distributed in
cases of families in dire need of assistance.